אומפארגעסליכע מוזיקאלישע מאמענטן

On stage studio
א סטודיא אויפ'ן סטעידזש, אין פולן זין פון ווארט!
קומט אריבער מיט א פולע סטודיא אין קעמפ, אויפ'ן סטעידזש ווערט קאמפאזירט, רעקארדירט, און ערצייגט העכסט פראפעסיאנאל דעם נייע ניגון, א לעבעדיגע יצירה פון א' ביז ת', וואס באגייסטערט אלע קינדער אן אויסנאם.

Book Your Show

What We Do

בס"ד

On stage studio א בליציגע חידוש אין געשמאקע קעמפ אינטערטעימענט
On stage studios איז שוין ברייט באקאנט אלס א דער 'נומער איינס' אדרעס פאר געשמאקע ערפארונג אין היימישע קעמפס, אהערצושטעלן א פראפעסיאנאלע ניגון און הימנע פאר די היימישע קעמפס און דעי-קעמפס,
אנגעהויבן פון שרייבן די ווערטער ביזן רעקארדירן דעם ניגון מיט געשמאקע מוזיק, און ארויסברענגען די 'נשמה' פונעם קעמפ אויף גאר א זיסע - און גלייכצייטיג פאעטישע - פארנעם.

אין די לעצטערע יארן האט On stage studios איבערראשט די וועלט פון היימישע קעמפס, מיט אן ערשטמאליגן שפאגל נייע חידוש, א גענצליך נייע דערהער וועלכע האט גאר גוט אויסגענומען ביי טויזנטער קינדער (און ערוואקסענע...) אינערהאלב די סאמע גרעסטע קינדער קעמפס אין די חסידישע וועלט. נעמליך דער סטודיא קומט אריבער לעבעדיג צו דעם קעמפ, און מען שטעלט דאס אויף פארנט פון אלע קינדער.

דורך א ספעציעלע פראגראם טוען די קינדער אויסוועלן פאסיגע ווערטער, און אינאיינעם מיט זיי ווערט קאמפאזירט אויפ'ן ארט א הערליכע ניגון, דאן נעמט מען דעם פראדוקציע צו א קומענדיגן שטאפל, און מען וועלט אויס א סאלא פאר דעם ניגון, א קווייער, והעיקר די חלקים ווי די גאנצע קעמפ אינאיינעם זינגט פיל-הארמאניש אריין דעם ניגון. דערנאך ווערט אויפן פלאץ געמאכט די מוזיק דערפאר, מיט די פולע מוזיקאלישע אינסטרומענטן, וואס ווערן ספעציעל אראפגעברענגט און מייסטערהאפט אויסגעשפילט, באגלייט מיט די ריכטיגע סאונד אפעקטס, און אזוי ווייטער. ווען אלעס ווערט דערביי ערקלערט פאר די קינדער אויף א וועג וואס יעדער פארשטייט. אזוי אז אלע קינדער, אן אויסנאם, זענען אן אקטיווע חלק דערפון.

דער נייער ניגון פארבלייבט נאכדעם אלס סלאגאן פונעם קעמפ ווערנדיג געזינגען אין די שבתים, מסיבות און ווען אימער, מיט אן אפציע עס צו קאפירן און פארטיילן פאר אלע קינדער אויף אהיים צו נעמען, עס זאל דינען אלס א ווערדפולע אנדענק פון די געשמאקע זומער טעג. עס איז שוין היינט א פאקט און טייל פונעם קעמפ, די טאג מיט On stage studios, צו פארבריצירן א נייע קעמפ ניגון, אדער בלויז רעקארדירן די ניגון וואס איז שוין אויסגעקליבן געווארן דורך די קעמפ שטאב.

On stage studios פארשפרעכט אן ערשטמאליגע עקספיריענס וואס וועט פארבלייבן ביי די קינדער איינגעקריצט אויף שטענדיג!

Watch us Step by Step

On Stage Studio

Book a Show